QA test 4  

Posted by URIELSTER

יִדיש (ארויסרעד: yidish אָפֿט גערופֿן מאַמע לשון) איז אַ שפּראַך װאָס װערט הײַנט גערעדט דורך 1.5 מיליאָן מענטשן [1] און באַקאַנט ביי 3,142,560 מיליאָן [2] מענטשן איבער דער װעלט, בעיקר פֿון אַשכנזישן אָפּשטאַם.

פֿאַר דער צווייטער וועלט-קריג האָבן אַרום 11 מיליאָן ייִדן גערעדט ייִדיש אַלס זייער מאַמע-לשון. הײַנט צו טאָגס רעדן ייִדיש אַרום 3 מיליאָן מענטשן, בעיקר אין ישׂראל און אין אַמעריקע - ווען פֿאַר א העלפֿט פֿון זיי איז ייִדיש די ערשטע שפּראַך.

די ייִדישע שפּראַך שטאַמט איבערהויפּט פֿון מיטל הויכדייטש װאָס מען האָט אַמאָל גערעדט אין אייראָפּע (וואָס איז דאן געווען באַקאַנט אַלס אַשכנז), וואָס פֿון דער שפּראַך האָט זיך אויך געמאַכט די דייטשע שפראַך אָדער אויך באַקאַנט אַלס ניי הויכדויטש. (נישט אַזוי ווי טייל מענטשן מיינען אַז ייִדיש קומט פֿון דייטשיש). 85% פֿון ווערטער אין ייִדיש קומט פֿון דייטשע אָפֿשטאַמונג, בערך 10% לשון הקודש, און אויך סלאווישע שפראכן.[פֿעלט אַ מקור]

ייִדיש איז אַ גלות שפראַך, עס טוישט זיך און עס איז מושפע געווארן פֿון אַנדערע פֿאַרשידענע שפּראַכן ווי פֿון לשון קודש און אַראַמיש, הײַנט איז דאָס אויסגעמישט פֿון העברעיש, ענגליש, רוסיש, פּויליש און אַזוי ווייטער.

דער ערשטער אידיאם אויף ייִדיש באַטרעפֿט אין "מחזור וורמס" ה'ל"ב: גוּט טַק אִים בְּטַגְא שְ וֵיר דִיש מחזור אין בית הכנסת טְרַגְא




This entry was posted on Thursday, June 26, 2008 at 7:40 AM . You can follow any responses to this entry through the comments feed .

0 comments

Post a Comment